דאנערשטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש אויף די קארלסבורג גאס בשכונת עצי חיים בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר קלמן אליעזר שמעא הי"ו.
ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו.
ב"ר ארי' ב"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל שליט"א, פאר די חשובע זיידעס, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט דברי אגדה לכבוד יו"ט פורים און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד רב טוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די שמחה זאל וועלכע ווערט געבויעט לטובת די מתפללי הביהמ"ד.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צום בית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ובני משפחתו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה ודברי הכנה לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים בנוגע די לבושים, נגינה, און התנהגות אום יו"ט פורים,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע צאלן אויס די שטריימלעך פאר רוב חתנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די תלמידים פון מוסד המספיק וועלכע זענען אויפן וועג צו א שבת התוועדות וועלכע קומט פאר אין המספיק רעזארט,
די קינדער זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די איינגעשטעלטע פונעם מוסד.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'קבוצת אנ"ש אריזאנע', ספעציעל האט זיך אנגעזען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' מאנסי וחבר וועד הרוחני פון 'קבוצת אנ"ש אריזאנע', און אויך דער מייסד היישוב הרב יושע רובין שליט"א.
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אסיפת אריזאנע וועלכע איז פארגעקומען אין וומ"ס אין די פארגאנגענע וואכן און דערביי איבערגעקוקט בקורת רוח א הויפן נייע אפליקאציעס פון אינגעלייט מחשובי אנ"ש איבער ניו יארק וועלכע פלאנירן זיך אהינצוציען,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרייזן פון די דירות און די פרנסה ערמעגליכקייטן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~