מיטוואך תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יעקב לאזאר הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה יהושע' נאך די עלטער זיידע האדמו"ר מישועות משה זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכלי הפאליש,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יושע פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה פליישמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון קופת רבינו - קופת אבני חסד מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה לקראת יו"ט פורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער.
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און נאך די תנאים'ס ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~