שבת קודש פרשת תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תרומה=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו,
החתן משה ב"ר יואל שרייבער הי"ו,
החתן משה אביגדור ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל אהבת ציון זיבנבערגען עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף שלמה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ בקהל מחזיקי הדת בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דבר שאין לו קצבה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מאיר גריסגאט הי"ו - וויען.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יצחק לאקס הי"ו - סיגעיט.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א - מאנסי.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף גרובער הי"ו - באווארפען.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.
רביעי: החתן אהרן ב"ר שלמה דוד דאסקאל הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו.
ר' יוסף אלי' בר"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' יעקב אליעזר פארגעס הי"ו.
ר' מענדל ברה"ב מייזעלס הי"ו.
ר' יעקב חנוך העניך שעהר הי"ו.
ר' יושע אליעזר ווייסמאן הי"ו.
ר' אברהם יוסף בערגער הי"ו.
שביעי: החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן משה ב"ר יואל שרייבער הי"ו - באווארפען.
החתן יצחק ב"ר משה יודא הירש הי"ו.
החתן אלעזר בהר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א.
החתן חיים הערש ב"ר יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו.
אחרון: החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה זלמן רייזמאן הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע נחמן ברא"ב שרייבער הי"ו - לאנדאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אלי' רייזמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן פראנקעל הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א - מאנסי.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמעי' לעבאוויטש הי"ו - מאנטריאל.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די כח פון לימוד התורה גיבט א תקומה פאר יעדע איד אז נישט קיין חילוק אין וועלכע נידריגע מצב מען געפינט זיך קען מען אלץ צוריקקומען און ח"ו מען זאל זיך מייאש זיין, וויבאלד מיט די כח התורה קען מען ארויסקומען אפילו פון די נ' שערי טומאה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יצחק דניאל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה חיים שפיטצער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
ארום 10:30 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית בעלזא,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד אור החיים צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב הביהמ"ד, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידע הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א און די חשוב'ע מחותנים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס.
דערנאך ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים אין קרית יואל המורחבת צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל דאס פארענדיגן די ביהמ"ד בהדרו, נדבת הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו - פטרון הביהמ"ד,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד אויף א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר די אנוועזנדע רבני השכונה, און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם וכן תעשו, אויף וואס רש"י זאגט 'וכן תעשו' לדורות, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ווען מען בויעט א ביהמ"ד דארף מען זען עס זאל זיין לדורות, עס זאל זיין א פלאץ פאר די קינדער אז זיי זאלן קענען בלייבן ערליך,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד און מעורר געווען די גבאים זאלן זיכער מאכן אז די ביהמ"ד בלייבט א סאטמארע ביהמ"ד סיי אינדערוואכן און סיי שבת מיט אלע פרטים, און אזוי וועט עס זיין א פלאץ צו מגדל זיין די דורות הבאים, און דער רבי האט מעורר געווען צו דאווענען נאר און אונזערע בתי מדרשים מיט אונזער השקפה און נאר שיקן אין אונזערע ישיבות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור ובפרט פארן חשובן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו.
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה פאר א שטיק צייט,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די חדרי התפילה און די מקוה המפוארה,
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה מבקשי השם פון ב"פ בהנהלת הר"ר משה בערגמאן שליט"א נאכן וויילן אויף שבת אין קרית יואל המורחבת,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
~🌴~