מאנטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג תולדות
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד מאיר גוטמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ראטענבערג.
ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ו' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה ואחיו הרה"ח ר' דוד ברייער על פטירת אמם ע"ה.
נעכטן האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד בית אהרן, ואחיו הגה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א, על פטירת אחותם אלמנת הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ליפא שפילמאן - ר' חיים יעקב הערשקאוויטש, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרב יהודה ג'רמי - רב הראשי פון איראן אין באגלייטונג פון הרה"ח זלמן לייב מארקאוויטש הי"ו און שליחי חב"ד ווי עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער אידישקייט אין איראן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00
א גוטע נאכט.
~🌴~