זונטאג תרומה - נסיעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תרומה - נסיעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע=
ארום 5:00 אזייגער פארטאגס ניו יארקע זייגער האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אויפן פריוואטע פליגער,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
ארום 3:30 האט די פליגער געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד,
נאך א שטיק צייט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א,
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום שוהל הויף און זיך באגריסט מיטן אנוועזנדן ציבור,
נאך א קורצע צייט איז דער רבי געגאנגען אין מקוה,
נאך די מקוה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל משה ארי' אינעם שוהל הויף,
בעל תפילה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג',
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע זענען אריבער פילע אנשי שלומינו פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יומדה"ק בצל הקודש פון רבינו שליט"א.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל משה ארי',
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק,
נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שלחן הטהור וסעודת הילולא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' און פילע אנשי שלומינו,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען ביי רבותיה"ק זי"ע,
ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
נאך די פלייש האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די היסטאריע און די השתלשלות פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע און ווייטער ביים הייליגן ייטב לב זי"ע און דערנאך ביים בעל הילולא זי"ע,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע,
דער רבי האט ממשיך געווען בקול רגש און געזאגט אז מען גרייט זיך ארויפצוגיין פוקד זיין די ציון הק' און מען קוקט זיך אן און עס כאפט אן א בושה ווער בין איך ארויפצוגיין צום זיידנס ציון? אבער אז מען גייט ארויף אינאיינעם מיט די בחורים טרייסט מען זיך אז אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך די דרך פונעם בעל הילולא צו אויפשטעלן חסידישע בחורים אין דעם זכות קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די דיבורים און תפילות פון א צדיק לאזט א השפעה לדורות עולם פאר ווער עס גייט אין זייערע דרכים, און דער בעל הילולא איז זיכער משפיע כל טוב פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פוקד זיין דעם ציון הק' און פאר גאנץ כלל ישראל.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
~🌴~