זונטאג תולדות חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג תולדות חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:15
אויפדערנאכט.
ארום 9:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל לייב כהן - ר' יואל בר"ה בראך.
און פון די מחותנים הר"ר אלעזר מענדל פילאפף - הר"ר דוד גרינפעלד,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו בלאמינגראוו צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו בלאמינגראוו.
עס האט אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און פאר די מחותנים און זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לתושבי שכונת בלאמינגראוו, און ארומגערעדט איבער די גוטע גריסן וואס ער הערט צוריק איבער דעם ביהמ"ד, און צום סוף מעורר געווען אז אפי' מען וואוינט ווייט זאל מען קומען דאווענען אין דעם ביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי געבעטן אז עס זאל זיך שאפן עסקנים צו בויען א נייעם און גרעסערן ביהמ"ד צוליב דעם וואס די ביהמ"ד איז שוין צר מהכיל און עס פעלט שוין אויס א גרעסערן ביהמ"ד, און דערנאך צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן מחותנים און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל הביהמ"ד.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די גבאים פון קביעות עתים איבער די שיעורים אין ביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צום שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך בעז"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~