שבת קודש פרשת משפטים - שבת שקלים - מבה"ח אדר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת משפטים - שבת שקלים - מבה"ח אדר=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יצחק דניאל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו,
החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו,
החתן משה יודא בהר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א.
ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמעון שישא שליט"א - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וכי יזיד איש און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ו' להוסיף או ו' לחלק.
קה אכסוף: הרב מענדל הערש פאנעט שליט"א - סטעטן איילענד.
ברכת המזון: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן טורי זהב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ו שבט, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע לרגל די יומדה"ק וועלכע געפאלט דעם מאנטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס, און דער רבי האט עס געזינגען בהתעוררות רב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב פריינד הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
לוי: החתן מנחם זאב בהרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - באווארפען.
שלישי: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
חמישי: החתן משה יודא בהר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א - באווארפען.
שישי: החתן אלעזר בהר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א - באווארפען.
שביעי: החתן יצחק ב"ר משה יודא הירש הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן חיים הערש ב"ר יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - באווארפען.
החתן ישראל ב"ר יואל אלכסנדר שטערן הי"ו.
החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
החתן מנחם משה בהר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
אחרון: החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו - באווארפען.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת שקלים האט דער רבי עולה געווען,
דער רבי האט געזאגט א לשם יחוד און אליינס געליינט די קריאה בהתעוררות רב.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחיאל שלמה שטערן הי"ו.
ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו.
ר' מענדל מערץ הי"ו.
ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת שקלים.
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג בהתעוררות רב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
לוי: הר"ר שמעון שישא שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים און ארויסגעברענגט אז ווען מען איז מתקן די מעשים דארף מען תשובה טוהן סיי אויף די עצם עבירה און סיי אז אין די צייט וואלט מען געקענט מקיים זיין א מצוה,
אבער דורך לימוד התורה קען מען מתקן זיין ביידע זאכן,
דער רבי האט מעורר געווען אז יעצט בסיום ימי השובבי"ם דארף מען זיך מקבל זיין א קבלה טובה אויף להבא צו נזהר זיין פון אן עבירה בדיבור במעשה ובמחשבה און עוסק צו זיין בלימוד התורה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן הערש הירש הי"ו - וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם משה ב"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס געפאלט דעם מאנטאג כ"ט שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם און אנגעוואונטשן מען זאל זיך בקרוב זען געזונטערהייט.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות לרגל די נסיעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א און דערנאך קיין מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה מתלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה מקור חיים פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטערבארא לופטפעלד פון ווי דער רבי האט זיך געהויבן ארום 12:40 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין באניע פון ווי דער רבי וועט צופארן צום עיר האבות סיגוט יע"א ווי דער רבי וועט פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע ביומא דהילולא קדישא, און דערנאך ממשיך זיין די וועג קיין מאנטשעסטער אויף א קורצע באזוך אין קהלתינו הק' צום מעמד חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש 'היכל לב אהרן' בבית מדרשינו הגדול.
~🌴~