מוצש"ק משפטים 12:40 אויפדערנאכט
אפדעיטס ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק משפטים 12:40 אויפדערנאכט=
"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך"
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א פונעם טיטערבארא לופטפעלד,
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדען אינעם לופטפעלד אין שטאט באניע - רומעניע מארגן זונטאג תרומה נאכמיטאג ארום 3:00 ארטיגע זייגער (8:00 אינדערפרי ניו יארקער זייגער) און דער רבי וועט צופארן א וועג פון ארום איינס אהאלב שעה צום עיר האבות סיגוט יע''א,
וואו דער רבי וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זי''ע בעצם יומא דהילולא כ''ט שבט,
און דאווענען די תפילות און מעריך זיין שלחנו הטהור במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו בביהמ"ד עצי התמרים אינעם שוהל הויף.
~🌴~