פרייטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג משפטים=
ארום 5:20 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם,
בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב,
מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל ברי"י פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה, פאר די רמ"י הישיבה, פאר די בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש נתקשה משה במחצית השקל הראה לו הקב"ה מטבע של אש, און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט א מצוה מיט א ברען ובהתלהבות אש האט עס א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה,
דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו דאווענען מיט א ברען און טוהן אלע מצוות בהתלהבות אש,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~