דאנערשטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג יתרו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פריינד הי"ו.
ב"ר משה יואל גרין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'.
דערביי האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי הספד אויף הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל - ר"י הרמה לאנדאן ונשיא ארגון אדמת קודש להצלת קברי ישראל באייראפע, וועלכע איז נסתלק געווארן דעם מיטוואך.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מנחם מנלי בראך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~