מיטוואך יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך יתרו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
ב"ר יצחק פאגעל הי"ו.
ב"ר ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אהרן יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו היושבים ע"פ אמו /אחותו אלמנת הרה"ח ר' דוד שווארטץ ע"ה.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צום שמחת החתונה פון דור רביעי נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הכלה בת הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:00 אזייגער און זיך משתתף געווען ביים מעמד החופה און נאכן חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און זיך דערביי ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה בר"י קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל שרגא יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' קלמן עקשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א שלום נעמען פון רבינו שליט"א נאכן זיך צוריקקערן פון מנחות הנפש אין אריזאנע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער דיין שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע איז פארגעקומען דעם מאנטאג העעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~