שבת קודש פרשת חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת חיי שרה
שבת מבה"ח כסלו
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די מוסד נפש החיים וואלאזשין עטה"ק בארצינו הק'.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקראו אל רבקה ויאמרו אליה התלכי עם האיש הזה ותאמר אלך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש, און ארומגערעדט איבער דעם צו 'לעולם בהם תעבודו' איז א רשות אדער א חובה.
קה אכסוף: הר"ר אברהם שרייבער שליט"א - דומ"ץ באיאן ב"פ.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' צבי הערש מ'רימענוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון.
קה רבון עלם: הר"ר עזרא דוד כאירא שליט"א - מו"ץ בארגענטינא.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יחזקאל לאנדא - לאנדאן.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:40.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מאיר וועזעל.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן אויסגעריפן אז מען זאל געדענקן צו ארויסגיין וועלן ביי די וואלן וואס קומט פאר דעם דינסטאג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יצחק שלום פריעדמאן.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אברהם שרייבער שליט"א - דומ"ץ באיאן ב"פ.
כהן: החתן שמעון בהר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: ר' משה גרובער,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן.
רביעי: הרב משה מייזליש שליט"א,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל ברכה סימא ע"ש מחברתה הטהורה פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
חמישי: החתן מאיר מענדל ב"ר חיים שלמה פישער.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה אהרן פילאפף.
ר' יצחק אייזיק כהן.
ר' יואל זאב שעהר.
שביעי: החתן משה יצחק דוד ב"ר יואל סימאן.
אחרון: החתן משה ב"ר יצחק בער פרענקל.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים שלמה פישער - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' הערשל סאנדעל.
גלילה: הר"ר הערשל קאהן.
נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורת.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' שלמה אלי' ווייס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרב משה מייזליש שליט"א חתן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן.
עס איז פארגעקומען בהיכלי הפאליש בביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש און דערנאך אנגעווינטשן פאר די בעל שמחה און פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן די בעל שמחה הר"ר משה מייזליש שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק שני חיי שרה ווי רש"י זאגט כולן שוין לטובה, אז דורך לימוד התורה איז טוב לו שנברא און אז די נשים העלפן ארויס די מענער צו לערנען איז ביי זיי אויך טוב לה שנברא, מען האט געענדיגט די קידוש ארום 1:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' בעריש גפן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יצחק בער פרענקל.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: ר' יואל בר"מ לעווי.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב כוואן - ארגענטינא.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואברהם זקן בא בימים אז מטוט חסד נאך פאר מ'בעהט איז מען זוכה אז דער אויבערשטער איז מוחל נגלות והנסתרות בכח א''א וואס האט משריש געווען חסד בעולם אבער מדארף תשובה טוהן אויף דאס וואס מ'געדענקט.
ידיד נפש: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
קל מסתתר: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמעון בהר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה מיט די ניגונים 'כי מלאכיו' און 'קה זכות אבות' לרגל די מסע הקודש "ושבתי" לעיר האבות סיגוט דעם קומענדיגן מיטוואך נאכט הבעל"ט
מען האט געענדיגט ארום 9:00.
מוצש"ק איז אריין אל הקו"פ הר"ר אברהם שרייבער שליט"א ווי ער האט איבערגעגעבן זיין ספר לוח הליכות והלכות התמרים סאטמאר און אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן זיינע פריערדיגע ספרים עס האט זיך פארצויגען א לענגערע שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן - ר"מ בישיבה גדולה, איבער הליכות און הלכות פון די סאטמאר'ע גזע און דער רבי האט געגעבן ברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארהערט בחורים תלמידי יוצאי ישיבת היכל התורה אויף די מסכת שבועות, מכות, נדרים, גיטין, און דערנאך האט די רבי פארטיילט א מתנה א זילבערנע בעכער פאר אלע בחורים און אנגעווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~