שבת קודש פרשת בשלח - שבת שירה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בשלח - שבת שירה=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שמואל יודא ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו,
החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו,
החתן אלימלך ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' שלום זאלדאן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב חיים דייטש הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו - ב"פ.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הפני יהושע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י"ד שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען בבקעך ים סוף לכבוד שבת שירה,
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און תפילת שחרית לכבוד שבת שירה און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתלהבות אש.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב ווייזער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
כהן: החתן דוד יושע ב"ר עזריאל יודא כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שמואל יודא ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שאול סאנדער הי"ו.
ר' יעקב יואל סאפדי הי"ו.
שביעי: החתן יקותיאל מנשה ב"ר ישכר בעריש פריעד הי"ו.
הוספות: החתן יודל ב"ר משה מאיר דוב גליק הי"ו.
החתן אפרים ב"ר יוסף חביב באסול הי"ו.
אחרון: החתן הערשל ב"ר יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה גבריאל ג'ברא הי"ו - ארגענטינע.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן זיידן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויבקעו המים און ארויסגעברענגט אז ביי יציאת מצרים איז כלל ישראל נתעורר געווארן צו תשובה דורך די דברי כבושין וואס יעקב אבינו האט געזאגט לפני מיתתו, און דאס גייט אן עד היום הזה ובפרט יעצט אין די ימי השובבי"ם ווערט נתעורר די כח התשובה פון יעקב אבינו און דאס גיבט א געלעגענהייט פאר יעדעם איינעם צו תשובה טוהן נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען געפינט זיך.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יודל ב"ר משה מאיר דוב גליק הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
~🌴~