מיטוואך בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בשלח=
היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט רבינו שליט"א ווי געמאלדן זיך אומקערן אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
דער רבי וועט אריינקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ארום 1:30 (4:30 ניו יארקער זייגער).
דערנאך וועט דער רבי צופארן א וועג פון ארום 5 מינוט צום פאלם ספרינגס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, און דער רבי וועט זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער ארום 2:00 אזייגער (5:00 אזייגער ניו יארקער זייגער).
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם טיטערבארא לופטפעלד ארום 9:30 אויפדערנאכט, און צופארן א וועג פון ארום א שעה לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי דער רבי וועט ווערן אפגעווארט דורך הונדערטער אנ"ש בשירה ובזמרה.
"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך"
~🌴~