זונטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בשלח=
ארום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האבן שלום גענומען די תלמידי ת"ת כנסת יהושע פון קאסא גראנדא אריזאנע אינאיינעם מיט די רבני העיר קאסא גראנדא הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב, און הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א - רב דקהל חסידים,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די ילדי הת"ת,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע רבנים, פאר די ילדי הת"ת, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה אויף א פלאץ ווי עס זענען דא ווייניג אידן און ארומגערעדט בשבח פון די חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא און די חשובע רבנים און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~