מיטוואך בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין פאלם ספרינגס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין די בראשית יארן אין אמעריקע,
הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~