דאנערשטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג חיי שרה
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
היינט האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ברך משה לרגל די שמחת ברית מילה אצל נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה צבי קליין.
ב"ר אלחנן חיים צבי מיטעלמאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה.
אלץ מוהל האט געדינט הגה"צ ר' ברוך שליט"א
סנדק: רבינו שליט"א.
עמידה לברכות: דער זיידע הר"ר יעקב יצחק לאבין שליט"א.
די ברכות האט געזאגט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מ'זידוטשוב - חרדים שליט"א, ויקרא שמו בישראל חנני יו"ט ליפא.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
די סעודת ברית איז פארגעקומען אין היכל הביהמ"ד.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער אבי הבן, און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מ'זידוטשוב - חרדים שליט"א,
נאך די פלייש האט דער רבי אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יחזקאל בהגה"צ ר' ברוך שליט"א, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
ברכת המזון: הרה''ג רבי אברהם הערש לייפער שליט"א מ'זלאטשוב מאנסי.
מיט די הרחמן'ס זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד, און הרה"ח ר' מרדכי מיטעלמאן.
מען האט געענדיגט די סעודה ארום 1:00.
א גוטן טאג.
~🌴~