שבת קודש פרשת וארא - מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וארא - מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 3:55 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם יצחק לונגער שליט''א - דומ''ץ סקווירא מאנסי שכונת בעיטס.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ב' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ק"י.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו - ב"פ.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' פנחס געלב הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
שלישי: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט''א.
רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
חמישי: הרה"ג ר' אברהם יצחק לונגער שליט''א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך, און דערנאך געמאכט א מי שברך לרגל הולדת נכדתו למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הוספה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
אחרון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
מפטיר: הרב ישכר בעריש וואגשאל שליט''א - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"א שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' לוי יצחק עהרמאן הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' משה אליעזר שווארטץ הי"ו - ק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו - מאנסי.
ביי שלו"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז אויב איז מען אפגעהיטן בעניני קדושה דעמאלט איז מען זוכה אז הקב"ה איז אים קונה בקנין משיכה דורך קורא לה והיא בא און עס פעלט נישט אויס אז עס זאל זיין דורך הכישה במקל,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות לימי השובבים און מעורר געווען צו תשובה טוהן אויף וואס מען האט חוטא געווען בעניני קדושה בדיבור במעשה ובמחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו - ק"י.
פארן בענטשן האט דער רבי פארציילט מעשיות פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00.
א גוטע וואך.
~🌴~