מיטוואך וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פילע שינוים לטובה ביי כלל ישראל ובפרט ביי קהלתינו הק' בנוגע לימוד התורה, כשרות, עניני סת"ם, חתונה תקנות, און נאך פילע הינזיכטן.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~