דינסטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן ארטיגן חב"ד רב הר"ר שלמה אהרן דענעבוים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~