מאנטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וארא=
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו - וומ"ס,
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק בק"י,
כהן: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו - ק"י,
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' אברהם גרינבוים הי"ו - וומ"ס,
גלילה: הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די תקנות מיהאלאוויץ און איבער די פילע גזירות אויף כלל ישראל דורך די גוי'אישע רעגירונגען במשך הדורות.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~