זונטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וארא=
ארום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ראובן אליעזר שווארטץ הי"ו - מאנסי.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז די ציבור וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~