מיטוואך חיי שרה - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך חיי שרה - חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק בער פרענקל - ר' שלמה אלי' ווייס, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל משה ווערצבערגער - ר' ישכר דוב מארקאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:15
אויפדערנאכט.
ארום 9:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק מיטעלמאן - ר' מרדכי פייערשטיין.
און ביי די מחותנים ר' יודא הערש בערגער - ר' הערשל זאבעל,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער מקוואות, מנהגים פון שמיטה בארץ ישראל, אתרוגים אין דער אלטער היים, און נאך.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
~
אי"ה מארגן וועט רבינו שליט"א דאווענען שחרית אין ביהמ"ד ברך משה ארום 9:30, ווי דערנאך וועט פארקומען די שמחת הברית מילה לנכד רבינו שליט"א.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
א גוטע נאכט.
~🌴~