שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 3:50 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי ארי' אייזנבאך הי"ו - לעיקוואד.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויאמר אליהם מלך מצרים למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון המקדש במלוה.
קה אכסוף: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - ק"י.
ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט''א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רמב"ם זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה יוסף צענווירטה הי"ו - ב"פ.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מיכאל סרוסקי הי"ו - ביתר.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטנשטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב לעפקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד אונגער הי"ו - מאנטריאל.
בעל קורא: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ק"י.
רביעי: הרה"ח ר' שלום זושא קעסלער הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ח ר' יוסף נטע טעללער הי"ו - וומ"ס.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו - ק"י, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף צענווירטה הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מיכאל סרוסקי הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' צבי ארי' אייזנבאך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' יעקב גראס הי"ו - וומ"ס.
לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אברהם יודא לעבאוויטש שליט"א - ק"י.
ביי שלו'"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה נכדו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וירא אלקים את בני ישראל וידע אלקים' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד געפינט זיך בשפל המצב און איז נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב בכל יום, וואס די בת קול ברענגט אריין א הרהור תשובה אין יעדע איד וואס הערט עס, איז אבער דא א עצה צו מתפלל זיין צו הקב"ה און מרבה זיין בתחנונים און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו הערן די בת קול און מעורר ווערן צו תשובה,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות לימי השובבים און מעורר געווען צו מרבה זיין בתפילה ותחנונים און אמירת תהילים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו הערן די בת קול און מעורר ווערן צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו - ק"י.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' הלל אלימלך שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
א גוטע וואך.
~🌴~