שבת קודש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויחי=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יעקב ב"ר אברהם קליין הי"ו, און החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א אויפגעטרעטן לטובת די יערליכע מעמבערשיפ קאמפיין פון קהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א - ר"י אהל תורה ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויחי יעקב בארץ מצרים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון בל ייחל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אלימלך פריעדמאן הי"ו - אינדיענא.
ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הארי' דבי עילאה וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג י"ז טבת.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו.
אז ביום השביעי: ר' יואל משה יאקאב הי"ו - בית שמש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן אהרן ב"ר יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
רביעי: החתן יוסף מרדכי בהר"ר שמואל דוד גאנדעל שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב צבי ב"ר יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ישראל הורוויץ הי"ו.
ר' שלמה מנשה ביטמאן הי"ו.
ר' יעקב קאפל פרידריך הי"ו.
ר' ליפא אקערמאן הי"ו.
שביעי: החתן יעקב ב"ר אברהם קליין הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן בנציון דוד בהר"ר הערשל קאהן שליט"א - באווארפען.
החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען.
החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו.
החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
החתן ב"ר משה וואלף זאבעל הי"ו.
אחרון - חזק: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
גלילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א - ראה"כ בראד וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' געציל האבערמאן הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל ראזענבערג הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מתתי' קאהן הי"ו.
לוי: הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' ישראל מאיר קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק האספו ואגידה לכם און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז א שומר משמרתה של תורה און ווען א איד שלעפט א שווערע פעקל א שווערע יצר הרע העלפט אים הקב"ה און איז מקיים מצות פריקה וטעינה,
אבער דאס איז נאר ווען עס איז בעליו 'עמו' ווען די איד הייבט אן צו תשובה טוהן, 'פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם',
זאגט אבער דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע אז היינט צוטאגס אין אזא שוואכע דור ווען מען קען אפילו נישט צוקומען צו קיין תשובה כפתחו של מחט העלפט אפילו מען איז נאר מתפלל צו הקב"ה און דאס הייסט שוין א תשובה מועטת און הקב"ה העלפט די מענטש צו קענען תשובה טוהן בשלימות,
דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות לרגל די ימי השובבי"ם וואס שטייט פונעם הייליגן אריה"ק זי"ע אז די טעג זענען מסוגל פאר תשובה ותיקון המעשים ובפרט בעניני קדושה, דארף יעדער מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און מרבה זיין בתפילה ואמירת תהילים אזוי ווי די עצה פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע און אזוי צוקומען צו תשובה בשלימות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר יואל בר"ש כ"ץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן דעם מאנטאג שמות אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאלעפארניע,
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
ארום 9:30 זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף השיב משה און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א גרויסע סכום לטובת קרן קרית יואל,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די נייע זאל וועלכע ווערט געבויעט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. צו קענען מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין צוגאב צו די יעצטיגע צוויי תנאים זאלן,
די חברי וועד החתונה תקנות האבן געוויזן פאר רבינו שליט"א די דעטאלירטע פלענער פון די נייע זאלן און א קאך ווי מען וועט קאכן די סעודות פאר פילע זאלן אין די בתי מדרשים איבער די שטאט וועלכע שטעלן זיך צו די 'מכובד סטאנדארטן' צו קענען פראווען די שמחת שבת שבע ברכות אויף א ביליגע פארנעם,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ריזיגע סכומים וואס די יעצטיגע תנאים זאלן האבן שוין געשפארט פאר אידן בעת שמחתם און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו און זיין גאנצע משפחה און פאר די חברי וועד החתונה תקנות.
ארום 10:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ירושלים עיה"ק וועלכע האט געוויילט אויף שבת בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל שמחת נשואי נכד הרבני הנכבד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, החתן בן לבנו הרה"ח ר' יואל קאפפעל הי"ו,
דערביי האט הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א ריזן סכום לטובת בנין הגדול והמפואר שע"י קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק ההולך ונבנה בעז"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו, פאר נכדו החתן, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די בית רחל אדוטאריום 'בנין לאה אסתר' ווי עס איז פארגעקומען א מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה',
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' אהרן ארי' אייזענבערג הי"ו,
דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האט נכד רבינו הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א - רב דביהמ''ד קול אליהו געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה,
דערנאך האבן אלע קינדער געזאגט אינאיינעם די הדרן און מען האט געזאגט קדיש,
דערנאך האבן די קינדער זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א - מנהל, און פאר אלע מלמדים, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די אייניקלעך,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פאר קרית יואל ווען אזויפיל קינדער זענען מסיים סדרים משניות און מחזק געווען אלע קינדער צו לערנען א סדר נאך א סדר ביז מען איז מסיים גאנץ ששה סדרי משנה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די קינדער און זייערע עלטערן און פאר די הנהלת המתמידים,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
דערנאך ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין און ממשיך געווען בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד און פון בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר די מתפללי הביהמ"ד דורכ'ן זאגן תורה כצוואת הרה"ק הייטב לב זי"ע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~