מיטוואך ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר זאלצער הי"ו.
ב"ר רפאל בנימין שישא הי"ו.
ב"ר שלמה נתן נטע שמואל מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א - אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב ב"פ,
בן הגה"צ רבי נפתלי ארי' לייבוש זצ"ל מקאלוב וחתן האדמו"ר משאץ וומ"ס זצ"ל=
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:45, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט האברך ר' שמעון ברמ"ד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' שלמה בירמאן הי"ו - מאנסי,
דערנאך האט דער רבי תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה"צ שליט"א פאר כולל עצי חיים בארה"ק לצדקת רבי מאיר בעל הנס,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען.
קריאת הכתיבה: האדמו"ר מסוליצא שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
ברכות ראשונות: הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א - ר"י באבוב, זיידע פון די כלה.
ברכה אחריתא: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, א פעטער פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ביים חופה האט זיך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:10, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א און דערנאך האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א צו טאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ המחותן שליט"א און דערנאך עקסטער מיט בנו הגה"צ שליט"א און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די זיידע מחותנו הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יצחק מעכיל מאסקאוויטש שליט"א - אדמו"ר משאץ מאנסי.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ ר"י באבוב שליט"א און הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותן דער אבי החתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט בנו הגה"צ שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותן דער אבי הכלה הגה"צ אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב שליט"א,
פארן טאנצן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו פארזינגען די זמר פון סאל א קאקאש פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע,
דער בדחן האט געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן צו טאנצן,
דער רבי איז געטאנצן אין א רינג ארום די חתן כלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:15.
א גוטע נאכט
~🌴~