דינסטאג ויחי - עשרה בטבת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויחי - עשרה בטבת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - מנהל הישיבה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאך שחרית ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
פתיחה: הר"ר אנטשיל ווייס שליט"א.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י.
גלילה: הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.
ביים זמן ר"ת ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:30 איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו לרגל זיין גרויסע נדבה לטובת די גמר המקח פאר א שטח אדיר צו בויען א נייע ביהמ"ד גדול ומפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה הי"ו ומשפחתו און פאר די אנדערע נדבנים הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר ר' שלמה הי"ו א לעדערנע ספר לב אהרן, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך מתפללי ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד יצחק טובי' רובין ני"ו בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט אביו הגה"צ רבי שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר און חמיו הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת קישור החיתון פון בתו הכלה, עב"ג החתן נכד רבינו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די שידוך און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חשוב'ע זיידעס, פאר די מחותן, און פאר די כלה און די גאנצע משפחה.
נאך די זמני כניסה ארום 1:05 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הווארט ומסיבת לחיים בבית המחותן לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א,
עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי פייוויל זינגער שליט"א - אב"ד אלכסנדר וומ"ס בן הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א, חתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה,
מען האט מקבל קנין געווען און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה,
ארום 1:20 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~