דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג חיי שרה
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אשר זעליג בלייך ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי יואל אונגאר.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד ישמח משה צום הכנס"ת וואס איז ארויסגעגאנגען פון המספיק הויפקווארטיר און איז אריינגעגעבן דורך משפחת ר' יעקב סאפדי ומשפחת ר' יושע צבי בראך אין ביהמ"ד הנ"ל.
דער רבי האט צום ערשט געטאנצן מיטן ספר תורה, דערנאך האבן געטאנצן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב הביהמ"ד און די בני המשפחה, דערנאך האבן די טייערע תלמידי ישיבת תורת חסד שע"י המספיק געטאנצן איינס ביי איינס מיטן ספר תורה ווען דער רבי קוקט צו מיט א שמייכל און ווישט טרערן פון התרגשות.
דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור מיט א קול געשטיקט פון טרערן, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים.
צום ערשט האבן די טייערע תלמידים געזינגען אני מאמין דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די נדבן הספר און פאר די הנהלה פון המספיק און שערי חמלה און פאר די משפחה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש זאגענדיג דערביי "זה ספר תולדות אדם אז א מענטש איז אזוי ווי א ספר תורה פונקט אזוי ווי א ס"ת טאר נישט זיין קיין פסול דארף אויך א מענטש א לעבעדיגע ס"ת זיין געזונט ברוחניות ובגשמיות" דער רבי האט פארענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די טייערע קינדער און פאר די הנהלה און פארן נדבן הס"ת.
דערנאך האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א צו פארטיילן א פעקל פאר די טייערע קינדער בשליחותו.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
א גוטן טאג
~🌴~