מאנטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - מו"ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומ"ס.
ב"ר משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
ב"ר דוד ארי' גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ור"מ בישיבה,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן די מחותנים הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ווען עס איז מצא אשה מצא 'טוב' דארף זיין 'טוב' להודות לה'
דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן שידוך ממשפחתי ומבית אבי אן אייניקל פונעם זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע און קרובים כמה פעמים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס מכל הצדדים, און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה לייב גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך המשפיע הרה"ג ר' אשר זעליג מרגליות שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיין זיידע הרה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~