זונטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יחזקאל וועלץ הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר ישראל העניך שעהר שליט''א.
ב"ר ישראל מאיר פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא פרענקל הי"ו.
ב"ר חנני' שווארטץ הי"ו.
ב"ר יהוסף מערץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה לייב וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
צווישן די חופות איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה יעדע נאכט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו און הרה"ח ר' יוקל ברי"ב הירש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון נכד הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א, החתן בן בנו הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי, עב"ג הכלה בת הר"ר בנציון הורוויץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~