שבת קודש פרשת ויגש - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו, החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויגש - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו, החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו,
און החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב יצחק אייזיק ט"ב שליט"א און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותן, און פאר די זיידע הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די רפואה העלפ ליין ארגעניזאציע.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א - ראה"כ באבוב 45 ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ובני דן חושים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.
קה אכסוף: הר"ר זלמן לייב רובין שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן עש"ק ו' טבת.
קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה טויב שליטא - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלימלך האלבערשטאם שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר לייבוש טויב שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א - רב דביהמ"ד קניזשא.
כהן: החתן משה ב"ר יואל כ"ץ הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן יודא לייב ב"ר מנחם ישעי' לעווי הי"ו.
שלישי: נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א.
ביים באווארפען האט מען געזינגען כנהוג,
רביעי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
חמישי: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' וואלף כהן הי"ו.
ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו.
ר' בנציון ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
שביעי: הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א.
הוספות: החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו - באווארפען.
החתן זלמן לייב ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו - באווארפען.
החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
החתן יוסף דוב ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו - באווארפען.
אחרון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' שלום פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא לרגל די באווארפען בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ואנכי אעלך גם עלה און ארומגערעדט בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומ"ס, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אל תירה מרדה מצרימה כי לגוי גדול אשימך שם און ארויסגעברענגט אז אויב האט מען אמונה אין הקב"ה און מען איז דבוק אין הקב"ה הייסט מען א בעל חי און מען קען נישט נדחה ווערן פון די קדושה און עס ניצט תשובה,
אדער איז דא נאך א עצה צו עוסק זיין בתורה, די תורה הק' ווערט אנגעריפן חיים במילא הייסט מען א בעל חי און א בעל חי ווערט נישט נדחה און עס ניצט תשובה.
ידיד נפש: הר"ר מענדל אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחה בבית רבינו,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק ט"ב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי עס קומען פאר די לימודים במסגרת ושננתם לבניך,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 7:45.
ארום 9:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל די גמר המקח פאר א שטח אדיר צו בויען א נייע ביהמ"ד גדול ומפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת מיט די באטייליגונג פון די רבני ותושבי השכונה, הנהלת קהלתינו הק', און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו - מחשובי תושבי השכונה ומהנלת קרן הבנין,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שמחה פון די תושבי השכונה און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב אנהייבן און ענדיגן צו בויען די ביהמ"ד להגדיל תורה ולהאדירה און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רבני ותושבי השכונה.
דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע חברי הנהלת הקהילה איבער די פעולות לטובה פון הרה"ח ר' ברוך ליפא הי"ו לרומם קרן קהלתינו הק' און אלע מסיבות און טישן בצל הקודש, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' ברוך ליפא הי"ו ובני משפחתו.
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית בבית מדרשינו החדש והמפואר 'ביהמ"ד ישראל שלום' אין שכונת ויואל משה נדבת הרבני הנגיד בונה ומקים השכונה ר' עקיבא הערש קליין הי"ו,
דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אינעם נייעם פראכטפולע מקוה אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רב הביהמ''ד שליט''א און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די 4 חדרי התפילה און די עזרת נשים און דערביי מכבד געווען בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער נדבן ר' עקיבא הערש הי"ו צו קובע זיין מזוזות,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד, פארן חשובן נדבן הרה"ח ר' עקיבא הערש הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען א ביהמ"ד וועלכע וועט זיך אויסצייכענען בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה, און אנגעוואונטשן בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד ברכות לרוב צו קענען מרים זיין כבוד התורה והביהמ"ד, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו וועלכע האט אויפגעבויעט די גאנצע שכונה און עטליכע בתי מדרשים אין די שכונה, ועוד ידו הנטויה צו בויען נאך בתי מדרשים, און דאס איז חוץ זיינע פילע נדבות פאר קהלתינו ומוסדותינו הק', און אזוי אויך זיינע חשובע פעולות ארויסצוהעלפן האלטן די דירות פרייזן ביליג, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון פון זקינו הרה"ח ר' ישראל שלום גאלדבערגער ע"ה וואס די ביהמ"ד איז נקראת על שמו,
מען האט געענדיגט ארום 11:45.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~