דאנערשטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים יוסף זאב גליק הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע.
נאך מעריב ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון ב"פ,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר דוד שלמה טייטלבוים שליט"א - מנהל הישיבה,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען צו פארציילן עטליכע סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו און הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~