מיטוואך ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויגש=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ברב"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
ב"ר מיכל מארקאוויטש הי"ו - לאנדאן.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' חיים נחום פישער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה ראטה הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~