שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - אדר"ח טבת, בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - אדר"ח טבת, בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
עטליכע מינוט פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געצינדן אין די מנורה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
נאכן צינדן האט דער רבי געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געצינדן די נרות שבת.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ג ר' משה יצחק בערנשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' יקותיאל יודא בהרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט''א - אב"ד בוענאס איירעס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א - רב דביהמ"ד אהל תורה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וטבוח טבח והכן און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה, בשולב מיט עניני חנוכה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א - אב"ד סטראפקאוו.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן עש"ק ו' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי,
ר' שלמה חיים שטיין הי"ו.
ר' גרשון בר"י פעלבערבוים הי"ו.
ר' חיים נחום געשטעטנער הי"ו.
ר' משה שעהנפעלד הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו, הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
לוי: החתן מאיר יעקב ב"ר אברהם יצחק לאנדא הי"ו - באווארפען.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל פישל פריעד הי"ו - ק"י.
ר' יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
ר' יואל ברחז"ל פעלדמאן הי"ו.
ר' שמואל הערש סופר הי"ו.
ר' שמעון סאנדער הי"ו.
שביעי: הבה"ח יונתן בנימין ב"ר הלל קליין הי"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"פ גאטליעב הי"ו.
אחרון - קריאה פון ר"ח: ר' מענדל בר"י גאלדבערגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ח פרנס הי"ו.
מפטיר - קריאה פון חנוכה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
הגבה אויפן דריטן ספר: הרה"ח ר' וואלף דייטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל ארי' מאלח הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וטבוח טבח והכן און ארויסגעברענגט אז מצות נר חנוכה איז משפיע א אור תורה מען זאל קענען פילן א עריבות ומתיקות התורה וואס דאס איז משפיע אלע השפעות בעולם הזה, און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די נרות חנוכה זאל משפיע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס צום זיבעטען לעכטל חנוכה,
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער וואס האבן געזינגן אין די קאפעליע,
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז דורך הדלקת נר חנוכה ווערט נתחזק די תורה שבעל פה, און די תורה שבע"פ איז משפיע אז אפילו ווען הקב"ה וויל געבן א עונש פאר כלל ישראל זאל עס זיין דורך געבן רחמים וחסדים פאר כלל ישראל און אזוי זיי מעורר זיין לתשובה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי הערשל אויש שליט"א - אבד"ק וואלקאן און די אנדערע אנוועזנדע רבנים שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול,
ארום 12:15 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~