מאנטאג חיי שרה - חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג חיי שרה - חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקיקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים שלמה פישער משב"ק - ר' יואל בר"מ לעווי, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דניאל יונתן עג'מי - ר' אהרן דניאל מאלאח, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 10:50
אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:55.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים שלמה פישער - משב"ק.
דער רבי האט טועם געווען מזונות פיש און קוגל און געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך איז דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.
א גוטע נאכט.
~🌴~