דינסטאג מקץ - ב' דחנוכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מקץ - ב' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה יודא בר"ש הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בעל ברית און די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף די נייע צוגעבויעטע דארמיטארי פאר די ישיבה און זיך דערנאך אומגעקוקט אויפן פלאץ.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ג' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש,
פאר מעריב האט הב' ברוך מרדכי ב"ר נפתלי משה ווייס הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דריטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז כדי צו משפיע זיין א מפלה פאר רשעים קען מען אדער טוהן תשובה מאהבה אדער טוהן א עבירה לשמה, אבער אזוי ווי די חשמונאים זענען געווען אזעלכע גרויסע צדיקים און האבן נישט געזינדיגט האבן זיי נישט געקענט טוהן קיין תשובה מאהבה, האבן זיי געדארפט מקיים זיין א עבירה לשמה, מצות ציצית איז א עבירה לשמה וויבאלד מען איז עובר אויף לא תלבש שעטנז און אין זכות פון מצות ציצית האבן זיי געקענט משפיע זיין א מפלה פאר די רשעים און זוכה זיין צו נצחון המלחמה,
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז היינט צוטאגס דארף מען אויך צוקומען צו די בחינה פון א מפלה פאר די רשעים בפרט בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי הרשעים כים נגרש און זיי גייען אן ווייטער און זענען אריין אין קארט אנטקעגן די חינוך הטהור,
און דער רבי האט אויסגעפירט אז מען האפט אז הדלקת נר חנוכה וועט משפיע זיין א מפלה פאר זיי און מען זאל מצליח זיין ווייטער אנצוגיין מיט די חינוך המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי',
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א - מראשי החבורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון פארציילן סיפורי צדיקים פון די צדיקים הקודמים און דער רבי האט פארגעלערנט פון אינעווייניג א שטיקל פון ספר הק' נועם אלימלך ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע רעדט ארום איבער פארציילן סיפורי צדיקים, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די חבורות וועלכע נעמען זיך צוזאם בקביעות צו לערנען חסידישע ספרים און פארציילן סיפורי צדיקים, און געזאגט אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אונז האלטן אין אזא מגושמ'דיגע דור, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
~🌴~