מאנטאג מקץ - א' דחנוכה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מקץ - א' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ב' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש,
פאר מעריב האט הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צווייטן לעכטל חנוכה.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א,
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די שכר פון גיין מיט די ציצית באיתגליא איז אז מען איז זוכה צו נסים גלוים, און וויבאלד די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן האבן זיי זוכה געווען צו נצחון המלחמה, און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט פעדעמער פון די ציצית,
און דער רבי האט מעורר געווען צו גיין מיט די ציצית באיתגליא און זיך נישט שעמען דערמיט און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו חסדים גלוים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~