זונטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מקץ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלימלך פריעדמאן הי"ו.
ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.
ב"ר אברהם אלי' פריעדריך הי"ו.
ב"ר משה ישראל שווארץ הי"ו.
ב"ר ניסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש,
פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ערשטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז אפילו מען זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנה צו א מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און אין די זכות פון ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך וואס איז געווען א הכנה צו הדלקת נר חנוכה אין דעם זכות איז געווען נצחון המלחמה, און פאר דעם איז דא אכט טעג חנוכה,
האט דער רבי געזאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום יו"ט חנוכה וויבאלד ברכת כהנים האט מען זוכה געווען צוליב וואס מען האט געמאכט א הכנה צו מתן תורה, און די השפעות קומען אראפ יו"ט חנוכה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~