שבת קודש פרשת וישב - מבה"ח טבת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישב - מבה"ח טבת=
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - אב"ד ריסקעווע ב"ב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת משאת בנימין אין קוממיות עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן פראנקל הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון ב"ב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי יואל אשכנזי זצ"ל - אב"ד זלאטשוב וואס די יארצייט איז געפאלן ערש"ק כ"ב כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל וואלף טייטלבוים הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
רביעי: הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו.
חמישי: ר' משה אהרן בר"י פילאפף הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: ר' מאיר בוכינגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוקל ברי"ד הירש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וינס ויצא החוצה און ארויסגעברענגט אז ווען יוסף הצדיק האט געהאט די נסיון איז ער ארויסגעלאפן אין גאס צו מאכן א קידוש השם און זיך מוסר נפש זיין ברבים, און די כח האט ער געהאט אין די זכות פון מצות ציצית וואס ער איז געגאנגען דערמיט בפומבי,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט חנוכה און געזאגט אז דערפאר איז די ענין צו צינדן נר חנוכה בשמאול ומזוזה בימין 'ובעה"ב מצויצת באמצע' וויבאלד חנוכה איז א יו"ט געמאכט אריינצוברענגען א כח פון מסירות נפש פאר כבוד שמים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מרדכי דוב בהר"ר יואל גרובער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
~🌴~