זונטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר פישל כ''ץ הי"ו.
ב"ר שמחה מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר זאב אלעזר רייכמאן הי"ו.
ב"ר שאול יחזקאל גליק הי"ו.
ב"ר יחיאל אלתר פאללאק הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי מתתי' דייטש שליט"א - גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט בדברי תורה והלכה און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אפרים זעלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו תושבי ק"י, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, לרגל די שמחה הגדולה פון די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
במשך די שבע ברכות האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה ושמחה,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון חברי קהלתינו הק' מיט די גרויסע שמחה בבית רבינו שליטא און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דערנאך אויפגעריפן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי ק"י און די זכי' וואס זיי האבן זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו שליט"א יעדע שבת ובפרט די געהויבענע ימים טובים, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן און פונעם מחותן חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א אז עוד ינובין בשיבה עד ביאת גואל צדק בב"א,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק צום ערשט בדברי דרוש בעניני נשואין און משלב געווען יו"ט חנוכה מיט נשואין,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט חנוכה הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר בני יששכר אויף חנוכה אלץ הכנה צו חנוכה, און געזאגט אז די יו"ט איז גאר אנדערש נאכן לערנען אזא הייליגע ספר בני יששכר!
דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח צו הקב"ה אויף די גרויסע שמחה פון חתונה מאכן א דור רביעי למז"ט, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור אז יעדער זאל זוכה זיין צו חתונה מאכן א דור רביעי און זיך משתתף זיין בבריאות השלימות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א,
ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
~🌴~