שבת קודש פרשת וישלח - שבת שבע ברכות פונעם ערשטן אור אייניקל, החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר'…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישלח - שבת שבע ברכות פונעם ערשטן אור אייניקל, החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומ"ס בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר ליפא ברח"א טייטלבוים הי"ו.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א - ממנהלי מוסדותינו הק' לרגל די דינער השנתי פון מוסדותינו הק' וומ"ס וועלכע קומט פאר ווי יאר יערליך כ"א כסלו,
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר שנעבאלג שליט"א - אב"ד האניפאלי.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק יש לי רב און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
ברכת המזון: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א.
קה רבון עלם: הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים ק"י.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט און אויסגעשמועסט איבער רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע וועלכע האבן געהאט די זכי' זיך צו משתתף זיין ביי די שמחת החתונה פון א דור רביעי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.
ר' מרדכי הערש ליכטענשטיין הי"ו.
ר' יצחק פאגעל הי"ו.
ר' אברהם ברי"י קליין הי"ו.
ר' יצחק איידליס הי"ו.
ר' יעקב יודא ווייס הי"ו.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א מיט פאסיגע חרוזים צו די געהויבענע מצוה טאנץ,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
אז ביום השביעי: הר"ר מאיר דוד גלאנץ שליט"א - מאנסי, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות: הרה"ח ר' הערשל שרייבער הי"ו - לאנדאן.
פסוקי דזמרה: די מחותן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר פישל בהגה"צ רבי פייביל סופר שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א - לאנדאן.
בעל קורא: הרה"ג ר' יואל ראזענפעלד שליט"א.
כהן: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען.
שלישי: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נפתלי חיים שיף הי"ו.
ר' יונה פריעדמאן הי"ו.
ר' ישי שעהר הי"ו.
ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: די אור אייניקל הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.
הוספות: הגה"צ אב"ד יאסלא שליט"א.
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
אחרון: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו - ב"פ.
הגבה: הר"ר ישכר יאקאב שליט"א - ירושלים.
גלילה: הרה"ח ר' הערשל ווייס הי"ו - אנטווערפען.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו - אנטווערפען.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נתן בנימין ראטה הי"ו - ירושלים.
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב ק"י.
לוי: הרה"ח ר' אלי' משה ראטה הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא פריעדמאן הי"ו - מאנטשעסטער.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וישלח יעקב מלאכים און ארויסגעברענגט אז יעדע איד האט אמאל א התעוררות תשובה אבער נישט יעדער האט די זכי' צו בלייבן מיט די התעוררות, 'מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו', די עצה איז עוסק צו זיין בתורה און טוהן מצות וואס זענען מסוגל צו מבטל זיין די כח היצר, מצות מילה איז מסוגל להחליש כח התאוה, און מצות תפילין איז מסוגל לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, און אזוי קען מען בלייבן מיט די התעוררות תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה והודאה פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם.
מען האט געענדיגט ארום 7:10 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
ארום 8:15 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י,
ביים אנקומען קיין ק"י איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען צום נייעם 'מיטב' לאקאציע אויף סאטמאר דרייוו וועלכע פארקויפט אלע גראסערי פראדוקטן פאר קאסט פרייז פאר כלי קודש ולומדי הכולל,
דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט,
דער רבי האט דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל צאהלער הי"ו - רוח החיים ופטרון פונעם געשעפט איבער די ריזיגע סכום וואס די גראסערי האט שוין געשפארט פאר תושבי ק"י,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' ישראל הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' נפתלי הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד דינער השנתי "הנני בני" פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מנהל המוסדות,
דערנאך האט הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו משמיע געווען דברי בדחנות לרגל די שמחה בבית רבינו שליט"א מיט די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע נסיעה און שב"ק באתרא קדישא מירון דעם פארגאנגענעם שבת תולדות און ארויסגעברענגט לשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבענקייט נאר צו רבי שמעון און צוריק און עוסק געווען בתורה אויף די וועגן, און עס איז זיכער אז עס איז געווען א כבוד שמים און א כבוד פאר רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און דער רבי האט געזאגט אז רוב פון די מיטפארער זענען יוצאי תלמידים פון די מוסדות הק' אין ק"י און דאס איז א שבח פאר די מוסדות אז עס קומען ארויס פון דא אזעלכע חשוב'ע אינגעלייט,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם מוסדות און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה ובפרט צו קענען בויען די צוויי נייע בנינים וואס מען בויעט יעצט פאר די ת"ת און בית רחל, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען צו פירן א אידישע שטוב ווי עס פאסט פאר א תושב ק"י ובפרט האט דער רבי שטארק מעורר געווען בנוגע ליין מאטריאל און געזאגט אז מען זאל נאר ארייננעמען אין שטוב ליין מאטריאל מיט אן השגחה און פארציילט א מעשה ווי רביה"ק זי"ע האט פארשיקט א בחור פון ישיבה פארן טרעפן ביי אים א נישט אויסגעהאלטענע ביכל,
דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:00, און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~