שבת קודש פרשת וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת וירא
עש"ק פארן זמן האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר מענדל ב"ר חיים שלמה פישער - משב"ק.
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדוי - לינדען.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:20.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השולחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען ר' פנחס שמואל געשטעטנער - ביתר.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אל תשלח ידך אל הנער און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: האדמו"ר מלייפניק שליט"א - ב"ב.
ברכת המזון: הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלום מ'קאמינקא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ' חשון.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן לאבין שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
עס איז פארגעקומען די שמחת שלום זכר ביי נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך, און די בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר די בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: בעל שמחה הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ דכוללינו באנטווערפן.
כהן: החתן שמעון בן הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - באווארפען.
לוי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר ישראל יודא ווערצבערגער - באווארפען.
שלישי: החתן ליפא ב"ר פנחס בראך - באווארפען.
רביעי: החתן שמעון יודא ב"ר ברוך יצחק ווייס - באווארפען.
חמישי: החתן מאיר מענדל ב"ר חיים שלמה פישער - משב"ק - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נחום שמואל גליק - מאנסי.
ר' חיים הערש קאהן.
ר' אלימלך עקשטיין.
ר' אברהם לייב לאנדא.
ר' יוסף מרדכי אבערלענדער.
ר' ישראל מאיר יואל יאזשעף.
ר' אליקים יודא פייערשטיין.
שביעי: החתן יעקב הלל בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - מו"ץ דקהלתינו הק' באנטווערפן - באווארפען.
החתן משה יצחק דוד ב"ר יואל סימאן - באווארפען.
החתן משה ב"ר יצחק בער פרענקל - באווארפען.
הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין - מנכ"ל דמוסדותינו הק' בית שמש.
החתן שלום ב"ר נפתלי משה ווייס.
החתן ב"ר יחזקאל טעלער.
החתן יואל בן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
החתן ב"ר יקותיאל ישראל פריעד.
אחרון: החתן יואל מרדכי ב"ר מענדל מאיר גליק.
מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ - מנכ"ל מוסדותינו הק' ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם צימערמאן.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה ברוך וויטריאל - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מענדל עקשטיין.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' דוד אהרן גאלדשטיין.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב מארקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' הערשל בראדער.
כהן: הרה"ח ר' יעקב הכהן פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - אנטווערפען.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר מאיר סימאן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וירא אליו ה', 'והוא יושב פתח האוהל', און געטייטשט אז אברהם אבינו האט געעפענט די פתח צו תשובה דורכן משריש זיין אין אידישע קינדער מידת האמת און מידת צדקה והחסד וואס דורך דעם קען מען זוכה זיין צו זאגן אמת'ע דיבורים פארן הייליגען באשעפער און עס ווערט נתקבל די תשובה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה אז מען זאל זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין מידת האמת און דורך דעם זוכה זיין צו תשיבה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין - בית שמש.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שלום ב"ר נפתלי משה ווייס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה חיים שפיצער - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:00.
נאך הבדלה זענען אריין א קבוצה בחורים פון קהילת באבוב 45 וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש זיך געזעגענען.
ארום 10:40 איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ר' יעקב משה סאפדי און משפחת ר' יושע צבי בראך וואס ווערט אריינגעגעבן דעם דינסטאג פארמיטאג אין ביהמ''ד ישמח משה אין קרית יואל.
דער רבי האט אריין געשריבן אן אות אינעם ספר תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן דעם נדבן ובני המשפחה.
ארום 10:50 איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א מו"ץ בעדה החרדית וחבר מערכת השחיטה שע"י העדה החרדית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חומרות והלכות אינערהאלב די שחיטה און דער רבי האט אים געלאדענט צו קומען אויף א באזוך אין בית השחיטה.
א גוטע וואך
~🌴~