דאנערשטאג וירא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג וירא חלק ב'
ארום 1:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מגארליץ שליט"א פון ב"פ, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פון איבער א האלבע שעה.
און די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען ביים ברית לבן הנולד אצל ר' משולם זושא גליק ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל ,
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה''ח ר' יוסף ווייס ע''פ אחיו ע''ה ומשפחת המנוח ע''ה.
ארום 6:30 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ר' יוסף עמרם מארקאוויטש, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:15
אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלמה קליין - ר' חיים הערש גאלדבערגער.
אין די תנאים פון די מחותנים ר' אלקנה מנחם פריעד - ר' ישראל טובי' ווייסמאן.
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~