דינסטאג וירא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג וירא חלק ב'
ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי הישיבה.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און אויף די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה סיי מיט די שיעורים און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, גיין נאך געלט, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות, און געזאגט אז די זעלבע איז תנאים'ס און שבע ברכות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
מען האט געענדיגט ארום 4:45 און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג,
דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די כתיבת האותיות פונעם ספר תורה געשריבן דורך הרבני הנגיד משה יוסף מיטעלמאן הי"ו ווי דער רבי האט אריין געשריבן אן אות און געווינטשן לחיים פארן נדבן.
דערנאך איז רבינו שליט"א געווען מנחם אבל זיין ביי משפחת המנוח ר' הערשל שפיטצער ע"ה
זמני כניסה איז געווען אין וויליאמסבורג פון 8:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור ביז 11:45
א גוטע נאכט.
~🌴~