דינסטאג תולדות - ירושלים עיה''ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש 🌴
=דינסטאג תולדות - ירושלים עיה''ק=
פאר שחרית איז די רבי געגאנגען אין מקוה אין די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.
נאך די מקוה ארום 9:50 אינדערפרי איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול ברך משה צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די ילדי תשב"ר,
פארן דאווענען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.
אום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געלייגט טלית ותפילין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד משה ציפער הי"ו.
דער רבי האט געזאגט ברכות און דערנאך האבן אלע קינדער אינאיינעם געזאגט ברכות.
בעל תפילה: הבחור יחזקאל ב"ר עמרם ראטטער ני"ו.
ביי שמו"ע האבן די כהנים געדוכנט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב ברא''צ היילברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים דורך די ילדי הת"ת,
צום ערשט האבן די קינדער געזינגען ניגונים לכבוד המאורע און עטליכע קינדער האבן געזונגען פאסיגע חרוזים,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר ישכר יאקאב שליט''א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הכנה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום ביקור קודש און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א קוויטל כוללות פון די לימוד שעות רציפות פון די תלמידי מוסדותינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט''א און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק ויתן לך אלקים און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס מען דארף אויסניצן זיך אויסצוארבעטן פאר די עלטערע יארן,
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז די חשוב'סטע זאך איז די הבל פיהם של תשב"ר און אין ירושלים איז עס נאך חשוב'ער און דאס איז מחייב יעדעם איינעם און מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון ירושלים, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב"ק האט דער רבי פארטיילט א הדלקות נר חנוכה - דברי יואל פאר אלע קינדער.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן ווי עס איז פלאצירט די תלמוד תורה ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אין די כיתות און פארהערט די לימודים אויך זענען געווען פארזאמלט די קלענערע קינדער און דער רבי האט פארטיילט ממתקים.
ארום 1:20 האט דער רבי פארלאזט די בנין הביהמ"ד און איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.
ארום 4:30 איז אריין בקודש פנימה בבית האכסניא הנהלת כולל שומרי החומות בארה"ק ובארצה"ב איינצולאדענען און מכבד זיין מיטן דרשה ושיעור סוגיא שפעטער אין טאג בביהמ"ד צעהלים בבנין ישיבת כתב סופר בבתי אונגארן שע''י כולל שומרי החומות, במקום שדרשו רבותינו הקדושים זי"ע,
עס האט אויפגעטרעטן הרב ר' יצחק בלוי שליט"א - ראש הכולל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד צעהלים בבנין ישיבת כתב סופר בבתי אונגארן שע"י כולל שומרי החומות צו משמיע זיין א שיעור סוגיא,
ביים אנקומען האבן אפגעווארט די קינדער אינדרויסן און מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשירה וזמרה,
דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני ולומדי הכולל און זיך מתעטף געווען מיטן טלית,
עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' יהושע ליבערמאן שליט"א און מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מטעם די רבני והנהלי ולומדי הכולל.
ארום 5:00 האט דער רבי אנגעהויבן דעם טיפזיניגע שיעור סוגיא, צום ערשט האט דער רבי אנגעהויבן בכבוד האכסניא פון כולל שומרי החומות וועלכע איז נתייסד געווארן דורכן הייליגן חתם סופר זי"ע און דערנאך משמיע געווען א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון לולב הגזול און דערנאך אויף די פרשת השבוע,
דערנאך האט דער משמיע געווען דברים חוצבים בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז גיין אין מיליטער איז כל באיה לא ישובין און מסכים זיין אויף א פשרה איז א עון בל יכופר און מען איז מרים יד בתורת משה וויבאלד מען איז מפקיר בידים טויזענטער אידישע קינדער, דער רבי האט געזאגט אז עס מיז ארויסגעברענגט ווערן די וויי געשריי פון אחב"י תושבי חוץ לארץ וועלכע בלוטיגן איבער די שווערע מצב און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רבני ולומדי הכולל.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה אינעם היכל הביהמ"ד,
בעל תפלה: ר' יואל ברש"י וואלדמאן הי"ו.
ארום 5:50 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד ווערנדיג באגלייט בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לרפו"ש,
דער רבי האט דורש געווען בשלום בריאתו און ווארעם אנגעוואונטשן בריאות השלימות פאר האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
ארום 6:05 נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנסת ספר תורה דורך כלל אנשי שלומינו לע"נ רבותיה"ק זי"ע.
דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש ארום דעם ביהמ"ד פאר א לענגערע צייט און אזוי אויך האט דער רבי זיך אפגעשטעלט פאר די קינדער פארענטשע און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות.
הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו איז מכובד געווארן מיטן אריינלייגן די ספר תורה אינעם ארון הקודש און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
מען האט געענדיגט ארום 6:25 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 7:00 האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק,
עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 6 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מ'סטראפקאוו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאלאשין שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל זיבנבערגן,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם כולל און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הכולל.
אזוי אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון הגדול רבי משה מרדכי קארפ שליט''א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' אהרן רובינפעלד שליט''א - ראש ישיבת בעלזא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל חיבת ירושלים אין שפיץ פון הגאון רבי נפתלי נוסבוים שליט''א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם כולל און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פאר מעריב זענען אריין א קבוצה אינגעלייט מחסידי גור זיך צו פארהערן אין די סדר פון מזומנים שע"י קהילות גור,
דער רבי האט פארהערט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און הצלחה אין די לימודים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און נאך מעריב ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל אלטר גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
נאך די זמני כניסה ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער טבילה במקוה ביי פריערדיגע צדיקים וצדיקי בית סיגוט,
ראחמיסטריווקא רבי שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביזן קאר.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
~🌴~