מאנטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג וירא
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד פאלקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י"ב.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די מעמד יציקת הבורות ביי ביהמ"ד רב טוב דקהלתינו הק' אויף די קארלסבורג גאס.
ווען דער רבי איז אנגעקומען האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג ווי ער האט פארגעלייגט די פלענער פונעם מקוה און אזוי אויך פון די בנין וואס ווערט געבויעט העכער דעם פאר די באנוץ פון די ישיבה קטנה סניף זרע קודש, דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויפן גאנצן שטח און דערנאך איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
עס האט אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הר"ר חיים הערש אשכנזי שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם והשענו תחת העץ, ווי דער רבי האט נאכגעברענגט אז ר'גליכם ו'השענו ת'חת ה'עץ איז ר"ת תורה, און דער רבי האט ארומגערעדט אז צו לערנען תורה דארף מען קודם זיך מטהר זיין אין א מקוה, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און פון די הנהלת הביהמ"ד און פון די נדבנים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר נדבנים און פאר די הנהלת הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צו די מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די צעמענט און דערנאך מכבד געווען חדבן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א און די רב הביהמ"ד און די נדבנים.
א גוטן טאג
~🌴~