מאנטאג תולדות - על אם הדרך אין אטענס גריכנלאנד
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תולדות - על אם הדרך אין אטענס גריכנלאנד=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ארטיגן מקוה וועלכע איז געבויעט געווארן דורך קרן מקוואות העולמי,
ביים אנקומען האט שלום גענומען הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו פון וומ"ס און הרה"ח ר' ישראל יואל פאלאטשעק הי"ו פון מאנסי, ראשי קרן מקוואות וועלכע האבן פארגעשטעלט די פעולות פון קרן המקוואות איבער דער גארער וועלט,
נאך די מקוה האט דער רבי אריבערשפאצירט צום ארטיגן בית חב"ד צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס הי"ו - ב"ב.
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו - ב"ב.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ארטיגע אידישקייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי קרן מקוואות און פאר די ארטיגע תושבים און פארן גאנצן ציבור,
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לבית האכסניא.
ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אויפן וועג צום לופטפעלד אין אטענס פון ווי דער רבי'ס פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:50 אויפן וועג קיין ארה"ק צום דערהויבענעם מסע הקודש.
צהלי ורוני יושבת ציון - ברוך הבא בשם השם"
אום 4:30 נאכמיטאג (9:30 אינדערפרי ניו יארקער זייגער) האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לוד לופטפעלד אין ארה"ק.
ביים אפשטייגן פון פליגער האבן שלום גענומען רבני וראשי הנהלת קהלתינו הק' פון ירושלים, בני ברק, און בית שמש, אין שפיץ פון הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ירושלים שליט"א, און א דעלעגאציע פון ראשי הנהלת וגדולי עסקני העדה החרדית אין שפיץ פון הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו - יו"ר ועד הפועל שע"י העדה החרדית, הרה"ח ר' חיים ראטה הי"ו - יו"ר ועד הפעולה שע"י העדה החרדית, און הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א - יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, בשליחות די שרי התורה חברי הבד"ץ וועלכע זענען געקומען מקבל פנים זיין פני הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א און איינלאדענען דעם רבי'ן צו א מעמד קבלת פנים אינעם לשכת הבד"ץ,
ווי אויך האט אפגעווארט ביים פליגער הגה"צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ור"י דושינסקיא, וועלכער איז געקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין חו"ל.
נאכן אפשטייגן ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה אינעם לופטפעלד,
בעל תפלה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מרבני קהילתינו הק' בית שמש.
נאך מנחה ארום 5:35 האט דער רבי פארלאזט דעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ירושלים עיה"ק.
"נחית כצאן עמך ביד משה ואהרן"
ביים אנקומען קיין ירושלים אום 6:20 איז מרן רבינו שליט"א צום ערשט אנגעקומען אין די הר נוף געגנט אין ירושלים און ערשינען בביתו נאוה קודש פון מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א מרא דארעא קדישא אויף א ביקור קודש ומסיבת קבלת פנים,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס במשנת רביה"ק זי"ע און ספרו הקדוש ויואל משה וועלכע איז געשריבן געווארן מברר צו זיין די הארבע ענינים עפ"י הלכה, און נישט עפ"י קנאות, און דערנאך איבער די ביטערע מצב פונעם גזירת הגיוס וועלכע שוועבט אויף אלע אחב"י תושבי ארה"ק באופן נורא ואיום, און איבער די ביטערע פשרות וואס די א.ג. רעליגיעזע חברי כנסת המינים און זייערע נאכשלעפער ווילן רח"ל אדורכפירן און זיי זענען גרייט מפקיר צו זיין טויזנטער אידישע בחורים און אינגעלייט פארפאלן צו גיין אין מיליטער רח"ל וואס כל באי' לא ישובין, און די איינציגסטע עצה וואס פארבלייבט איז נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה', און איינרייסן בתפילה ביים בוכ"ע, און זיך קעגנשטעלן קעגן די גזירות מיט מסירת נפש ממש ווייל נאר דאס קען העלפן,
דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע גזירות צילן אויף די סאמע הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, און אין די פריערדיגע דורות האט מען זיך ניטאמאל געקענט פארשטעלן אז עס זאל צוקומען צו אזא מצב פון אזעלכע ביטערע גזירות קעגן די הייליגסטע וואס מיר פארמאגן, אבער בעו"ר האט זיך די כח הטומאה היינט צוטאג אזוי שטארק מתגבר געווען רח"ל אז זיי וואגן זיך צוצורירן צו דאס הייליגסטע,
דער גאב"ד שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו ולעומתו ברוך יאמרו האט דער גאב"ד שליט"א צוריקגעוואונטשן ברכת הקודש דער רבי זאל קענען ווייטער פירן די עדה הקדושה, און ווייטער פירן דעם מלחמת ה' בעמלק אין די יעצטיגע ביטערע מצב.
מען האט געענדיגט ארום 6:40 און דער רבי האט פארלאזט ביתו נאוה קודש פון מרן הגאב"ד שליט"א אין די הר נוף געגנט אויפן וועג אריין אין צענטער ירושלים, און מרן הגאב"ד שליט"א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בטירחא דגברא רבה.
"ויקהל משה ואהרן את כל העדה"
תיכף נאכן באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ארום 6:55 פארנאכטס איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אין לשכת הבד"ץ אין די בניני זופניק צום מסיבת קבלת פנים דורך די שרי התורה הרבנים הגאונים וצדיקים חברי הבד"ץ העדה החרדית שליט"א,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חברי הבד"ץ, הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול ר' חיים אורי פריינד שליט"א, הגאון הגדול ר' יושע ראזענבערגער שליט"א - גאב"ד קרית רמ"א אין בית שמש, הגאון הגדול ר' יהודה פישער שליט"א, הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יאראוויטש שליט"א, הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א, הגאון הגדול ר' אהרן בראנסדארפער שליט"א, הגאון הגדול ר' שלמה יהודה הירש שליט"א,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הר"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א - ספרא דדיינא, און מקבל געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א בשם דעם בית דין העדה החרדית, בשם מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און בשם אלע הונדערטער מוסדות עטה"ק בברכת ברוך הבא בשם ה', און ארויסגעברענגט ווי ביי דעם טיש אין לשכת הבד"ץ באהאנדלט מען יעדן טאג וויאזוי צו באקעמפן אלע גזירות על הדת, און ווי אויף א טאג טעגליכן פארנעם זיצן די עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י הדעה החרדית אין דעם בית דין שטיבל אנפרעגן כדת מה לעשות אינעם קאמף קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, און ווי דאס איז אויך די צענטראלע אדרעס פון אלע מוסדות עטה"ק אונטער די שירעם פון קרן הצלה, וואס פון דעם פלאץ גייט ארויס די הוראות לישראל, און די געוואלדיגע חיזוק וואס די ביקור ברענגט פאר די גאנצע יהדות החרדית בירושלים עיה"ק בכלל און פאר די בית דין העדה החרדית בפרט, וואס זיי זענען די וואס געבן זיך אפ מיט דעם אלעם, און געוואונטשן מרן רבינו שליט"א זוכה צו זיין צום "וראה בטוב ירושלים כל ימי חייך" און ווייטער צו קענען פירן די עדה קדושה אינעם קאמף למען כבודו יתברך שמו פאר לאנגע יארן, און פירן דעם יהדות החרדית קעגן משיח צדקינו בב"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א בשם די חברי הבד"ץ און ארויסגעברענגט ווי די השפעה פון רבינו שליט"א איז משפיע השפעות אפילו פונדערווייטענס נאך איידערן אנקומען, און ארום גערעדט איבער די ביטערע גזירת הגיוס און די פשרות וואס די מפשרים ווילן רח"ל אדורכפירן ווי זיי זענען גרייט מפקיר צו זיין האלב כלל ישראל צו שמד, און באדאנקט רבינו שליט"א פארן זיך ארויסשטעלן למען כבודו יתברך לגדור גדר ולעמוד בפרץ און קעמפן קעגן דעם מיט אלע כוחות,
דערנאך האט הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א אויפגעטרעטן בברכת ברוך הבא בשם ה', און מקבל געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, און ארויסגעברענגט די שטארקע חיזוק וואס דאס איז פאר די לומדי תורה און מוסדות התורה, און פאר די גאנצע יהדות החרדית, און געוואונטשן ברכנוכם מבית ה' אז דער רבי זאל קענען אריין ברענגען און מחזק זיין די כוחות הקדושה און אויפשטעלן תורה ויראת שמים און מבטל זיין די כוחות הטומה, ביז מען וועט אינאיינעם קעגנגיין מקבל זיין פני משיח צדקינו בב"א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי הבד"ץ און פאר די חברי הנהלת העדה החרדית, און אלע עסקני העדה החרדית.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בדברים חוצבים להבות אש איבער די ביטערע גזירת הגיוס, און בשבח פונעם בית דין העדה החרדית וועלכע שטייט אויפן פראנט לגדור גדר ולעמוד בפרץ צו באקעמפן דעם קליפת הציונית וגזירותי',
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלקים מטל השמים ומשמני הארץ", און אריינגעטייטשט אז נאר דורך די תורה הק' קענען זיך אידישע קינדער האלטן אינעם לאנגן און ביטערן גלות,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם הייליגן בית דין צדק וואס זיצט און איז עוסק לדון ולהורות און משם תצא הוראה לישראל, און זיי געבן אכטונג אז ירושלים עיה"ק זאל זיין אזויווי יצחק אבינו האט געוואלט ס'זאל זיין, און אידן זאלן קענען זיצן און עוסק זיין בתורה, און געוואונטשן אז די ברכה פון יצחק אבינו זאל זיי ווייטער באגלייטן זיי זאלן מצליח זיין בכל מעשיהם,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אז ליידער זענען דא אזעלכע וואס דאס שטעכט זיי אין די אויגן און זיי ווילן שטערן כלל ישראל, און זיי מאכן ביטערע גזירות אויף כלל ישראל, ובפרט די ביטערע גזירת הגיוס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז זיי גייען נישט קענען אונטערברענגן כלל ישראל, און חלילה צו מאכן פשרות אין אזא הארבער ענין, וואס מאכן א פשרה מיינט בידים איבערגעבן האלב כלל ישראל צו שמד, דאס איז א גזירת שמד והעברה על הדת,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח הבד"ץ וואס שטייט על המשמר אז מען זאל דאס חלילה נישט קענען אויספירן, און כלל ישראל אין חו"ל האלט מיט און איז זיך משתתף בצער פון ירושלים עיה"ק, און דערמאנט די מאסן דעמאנסטראציע וואס די יהדית החרדית אין אמעריקע האט אדורכגעפירט פארגאנגענער זונטאג פרשת נח בחוצות מאנהעטן זיך אנצונעמען פאר ירושלים עיה"ק און פאר די כבוד התורה,
דער רבי האט נאכגעזאגט די פארכטיגע מימרא וואס ער האט געהערט מפה קדשו פון דודו מרן רביה"ק זי"ע וועלכער האט געזאגט אז ער פארכט זיך אז עס וועט קומען א טאג וואס אן ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל, דער טאג איז יעצט אנגעקומען, און דער רבי האט געוואונטשן אז די ברכה פון יצחק אבינו זאל ווייטער באגלייטן די יהדות החרדית, און עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל, און לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.
דער רבי האט פארענדיגט בברכת הקודש אז השי"ת זאל העלפן "המקום יהא בסעדכם" און עס זאל קומען א סוף וקץ לכל צרותינו, די ישועה וועט קומען דורך טון ריכטיגע פעולות, און די יהדות הגולה וועט שטיין צוהילף פאר די יהדות החרדית בארה"ק עס זאל מקוים ווערן דעם וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק בביאת משיח צדקינו בב"א.
מען האט געענדיגט ארום 7:15 און רבינו שליט"א האט פארלאזט דעם לשכת הבד"ץ.
ארום 7:30 אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון כ"ק הגה"צ חו"פ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א,
הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט מקבל געווען פני מרן רבינו שליט"א בשמחה עצומה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שרעקליכע גזירות הגיוס און ארויסגעברענגט אז מען גייט זיך נישט לאזן,
הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט אנגעהויבן זינגען 'עצו עצה ותופר' און מען האט געזינגן פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א ברכות לרוב בכל ענינים.
מען האט געענדיגט ארום 7:50 און הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביזן גאס.
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מגור שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שרעקליכע רדיפות קעגן די יהדות החרדית ובפרט מיטן גזירת גיוס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח און מחזק געווען דעם גור'ער רבי פארן זיך האלן פעלזן פעסט נישט מסכים צו זיין צו מאכן פשרות אין אזא הארבער ענין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מגור שליט"א, און האדמו"ר מגור האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביזן גאס,
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.
ארום 9:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת מעריב בבית האכסניא,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
"פתחו שערים ויבוא גוי צדיק"
ארום 9:30 אויפדערנאכט (2:30 ניו יארקע זייגער) איז רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים וכינוס אנ"ש, און סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' נאכן שריפה ווי עס איז פארברענט געווארן בניני קהילתינו ומוסדותינו הק' מיט צוויי ספרי תורה רח"ל, אינעם גיגאנטישער שאטער אויף רחוב דורש טוב אין צענטער פון ירושלים עיה"ק, ווי אלפי אנשי שלומינו מכל רחבי ארה"ק האבן ענטפאנגען רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבני ודייני קהילתינו אויפן אויבנאן,
במשך די מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעוררות דביקות בה',
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' שליט"א און מקבל געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א בשם חברי קהילתינו הק', און ארויסגעברענגט אז יעצט איז אכציג יאר נאך וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט ארפגעטרעטן אויפן באדן פון ארה"ק, ואם בגבורות שמונים שנה, ווי קהילתינו ומוסדותינו וואקסט און בליהט אויף אזא הערליכער פארנעם, וואס דאס אלעס איז מכח די קדושה פון רביה"ק זי"ע, און יעצט האט מען די זכי' אז מרן רבינו שליט"א איז געקומען קיין ארה"ק מרים צו זיין די קהילה און מוסדות אין די יעצטיגע שווערע תקופה פונעם ביטערן גזירת הגיוס, וואס נאך מיט פופצן צוואנציג יאר צוריק ווען יעדער איז געווען שטיל דערוועגן איז שוין רבינו שליט"א ארויסגעקומען בקול שואג כארי איבער די ביטערע מצב און מען זאל זיך עפענען די אויגן און אלע זענען געבליבן מיט די קאפ פארשטעקט, נישט וועלנדיג קוקן די מציאות אין פנים, אבער יעצט זעהט שוין יעדער ווי מען איז אנגעקומען צום יעצטיגע מצב, און אויסגעפירט מיט א ברכה אז דער רבי זאל טאקע קענען מרים זיין די יהדות החרדית און פירן קהלתינו הק' על מי מנוחות ביז משיח'ס טאג.
מען האט אריינגעברענגט דעם ספר תורה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט מקבל פנים זיין די תורה, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און ניגוני תורה,
דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען רירנדע דברות קודש מיט התרגשות עצומה און א חרדת קודש און ארויסגעברענגט אז די נאמען ירושלים איז צוזאמענגעשטעלט פון יראה מיט שלם, שלם מיינט מען די תורה הק' און דאס קומט זאגן אז עס דארף זיין יראת חטא קודמת לתורתו און דעמאלטס איז תורתו מתקיימת,
עומדות היו רגלים בשעריך ירושלים אין עמידה אלא לשון תפילה אלע תפילות גייען אדורך ירושלים, און דער רבי האט ממשיך געווען בקול חונק מדמעות אז מען איז מתפלל יעדן טאג דריי מאל וחנני מאתך חכמה בינה ודעת אזוי אויך איז מען מתפלל יעדן טאג ותן בליבינו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות און מען האפט אז יעצט ווען מען איז אין ירושלים עיה"ק זאלן די תפילות נתקבל ווערן און מען זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדעת און די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער חינוך סיי די קינדער און סיי די בחורי הישיבות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט הגבה אויפן ספר תורה, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש מיטן אפענעם ספר תורה אין די הענט פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מראשי קהילתינו ומוסדותינו הק' ק"י, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו ירושלים,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקוד מיטן ספר תורה אין הענט, וינועו אמות הסופים ווען אלפי אנ"ש טאנצן מיט א פייער פלאקער און ברען.
מען האט געענדיגט ארום 10:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בתופים ובמחולת אויף די גאסן פון ירושלים.
ארום 11:00 אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מבעלזא שליט"א,
דער רבי האט דורש געווען בשלום בריאתו, און עס האט זיך פארצויגן א שמועס בסיפורי בית צאנז שינאווע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר האדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דער רבי האט געוואונטשן מזל טוב פאר הרב חיים מאיר רוקח שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא שליט"א לרגל הולדת בתו למז"ט,
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און האדמו"ר מבעלזא שליט"א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביזן טיר.
ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון מחותנו האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית קרעטשניף,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
ארום 11:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרחבת גבולי הקדושה פון קהילתינו ומוסדותינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ובני משפחתו,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער (5:00 ניו יארקער זייגער) און דער רבי איז צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
~🌴~