דאנערשטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל יודא שטיין הי"ו.
ב"ר ברוך אברהם ראזענפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום פאר רבינו שליט"א לרגל דאס אפרייזן אויף די מסע הקודש קיין ארה"ק דעם מוצש"ק,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים ור"מ בישיבה וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי המתיבתא,
דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט די קוויטל בשעת די בחורים האבן געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אנכי בדרך נחני ה' און ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך צו פארן אויף שב"ק באתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ובהשתתפות פון פילע אנ"ש תושבי חו"ל,
עס כאפט אן א ציטער צו טראכטן פון גודל קדושת המקום און וויאזוי מען קען קומען צו אזא הייליגע פלאץ, נאר מען איז זיך מחזק אז מיט די מידת החסד וואס מען טוט מיט די עניי ארץ ישראל אין דעם זכות וועט מען קענען צוגיין צום מקום קדוש, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די בחורים וועלכע זענען געגאנגען נאך געלט און וועלן אוודאי זוכה זיין צו כל טוב,
דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מען וועט בעז"ה אראפלייגן די קוויטל כוללות אין אינזין האבן די תלמידי הישיבה אין מירון,
דערנאך האט דער רבי געבעטן די בחורים אז מען זאל זיך מתאמץ זיין מיט לימוד שעות רציפות במשך די צוויי וואכן וואס מען וועט זיין אין ארה"ק און זיכער מאכן אז עס זאל נישט זיין קיין התרשלות אין די לימודי הישיבה און דורך די תורה הק' קען מען זיך מקשר זיין צו התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אויסבעטן אלעס גוטס אנן מהתם ואתם מהכא,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די ערליכע ציבור וואס פארט מיט קיין מירון, חסידישע אינגעלייט פארן בחדרת קודש צו רבי שמעון קיין מירון מיט אן ערנסטקייט און געהויבנקייט! דע לפני מי אתה נכנס לפני אש להבת שלהבת, א פלאץ פון ווי עס קומט ארויס השפעות קדושות ברוחניות ובגשמיות, און מען האפט צו זיין א שליח להולכה צו אהינטראגן די בקשות און א שליח לקבלה אהיימצוברענגען אלע גוטע השפעות פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די מרביצי תורה און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האבן אלע בחורים וואס האבן צוזאמגענומען גרעסערע סכומים ע"פ בקשת רבינו לטובת 'קופת רבינו לעניי ארץ ישראל' געהאט די געלעגענהייט איבערצוגעבן פערזענליך די סכומים אינאיינעם מיט א פריוואטע קוויטל וואס דער רבי וועט מיטנעמען קיין מירון,
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר אלע בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים פונעם קאמפיין,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה,
נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יוסף ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי אברהם יפה שלעזינגער שליט"א - אבד"ק גענף ורב דביהמ"ד בצל החכמה בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרב מנחם מענדל חיטריק שליט"א - רב דקהילת אשכנז אין איסטאנבול טערקיי, ויו"ר איחוד הרבנים במדינת איסלאם,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין די אראבישע לענדער און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~