דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל סופר הי"ו.
ב"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר קלמן גפן הי"ו.
ב"ר יעקב יצחק ווינקלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל ברד"ל אקער הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
נאך די ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון העסקן הרה"ח ר' יוסף מענצער הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א - גאב"ד גרינוויל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין גרינוויל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי סיני האלבערשטאם שליט"א - גאב"ד צאנז שיכון ג' בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף באזוך הגה"צ רבי צבי אלימלך רוקח שליט"א - אב"ד בערטש פלעטבוש אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף שטערן הי"ו מחשובי אנ"ש אין לינדען האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר הטבילה בבית מדרשינו החדש אין לינדען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לינדען,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, פאר הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און פאר די הנהלת הקהילה.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאלקא מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל זוסמאן הורוויץ שליט"א - רב דקהל תולדות צבי דספינקא ב"פ בן האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א ויו"ר וועד שמן משחת קודש באתרא קדישא מירון,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם וועד צו מחזק זיין די גדרי הצניעות אין מירון און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מוסד חסד לאברהם סניף מירון, און דערביי האט האדמו"ר מסקולען שליט"א געלאדענט רבינו שליט"א צו קומען באזוכן די מוסד בעת'ן וויילן אויף שב"ק אין מירון,
דערנאך האט האדמו"ר מסקולען שליט"א איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א מיטצונעמען קיין מירון און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס וועלכע האבן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים וואס זיי האבן צוזאמגעשטעלט פאר קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~