מאנטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית אין מבצר הכוללים לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אויף די רימנוב גאס ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און פאר אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל די מסע הקודש קיין ארה"ק קומענדיגע וואך.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם זאב יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד החתונה תקנות ווי זיי האבן אויסגעשמועסט די פלענער פון די 'מכובד זאלן' צוצושטעלן זאלן פאר שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פלענער צו פארברייטערן און צובויען נאך א זאל מיט א קאך, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~